Sunday, January 27, 2013

וואו איז דיין פאָלק




teplik
--



וואו איז דיין פאָלק
ניט שוין זשע גאָר פאַרשוואונדן
ניט שוין אָן טאָלק
צעקראַצט דער סקרוך די וואונדן

וואו איז זיין שיין
וואָס איז מיט אייביקייט געבונדן
ניט שוין רק פּיין
איבערן ערדקיילעך דעם רונדן

זאָל הערשן
ווילד, פאַריתומט און פאַרוויסט
פון לעצטן ביז צום ערשטן
אַלץ – אומזיסט
אומזיסט
אומזיסט

נאָר אָט אַ וואָרט אַ וואָרס
טוט שטעלן זיך דיר דיבאָם
דו מעגסט, דו מוזט, דו טאָרסט
עקשונותדיק אַריבער

דעם טאָל פון גרויל
דעם ים פון פּיין און טרויער
דיין וואָרט איז גאָרניט הויל
די וועלט איז וואַכזאַם לויער

דערהערן דעם געזאַנג
פון דיין אַנטשטומטן פאָלק
ס'לעבט אויף אין איר דער קלאַנג
וואָס דיך כסדר פאָלגט

מיט אַלץ וואָס איר איז ליב
מיט אַלץ וואָס דיר
איז טייער
אין ווייטאָג אויסגעאיבט

זאָגט זי
דיין גאַנג איז מיר
פון גענגלעך אָן אַ שיעור
כדאי
כדאי
כדאיער

Sunday, January 13, 2013

די ערשטע נאַכט פון נייעם יאָר


י



די ערשטע נאַכט פון נייעם יאָר. י
 ס'איז קלאָר – י
דאָס יאָר
,וועט שפּעטער עלטער ווערן
נאָר אין דער פרישער נאַכט
ערב קאַיאָר
ווילט זיך ניט,  י
ס'דאַכט, י
פון אַלטקייט גאָר ניט קלערן!...י

עס שטעלן זיך קאַפּויער דיר די האָר
און לייכטן זיך אין ליכט
פון נאַכט־לאַמטערן: י
אַ יאָר אַ נייע – 
י
?איז דאָס טאַקע וואָר
און אין דער פרישקייט ערב־אור
ווילט זיך פון חשכות גאָרניט
גאָר
ניט קלערן. י