Monday, August 04, 2014









אין סאַמע בלי פון ווילנער זומערהיץ
דערהערסטו דורך פּלאַנשעט
סירענעס ערב פייער
,וואׇס וואׇיען שאַרף אין תל אביב
 – באר שבע און ירושלים

און ס׳דאַכט דיר אויס די דראׇונג אׇן אַן עק
וויל ווידער לעבעדיקן אומרו איבערשרייען
מיט אומגעצוימטער שנאה, גרויל און שרעק
,אַ תל מאַכן פון אַלץ וואׇס דיר איז ליב און טייער
...פון אַלץ וואׇס האׇט אַ זינען און אַ צוועק

דו הערסט זיך צו ווי פונדערנאׇענט
צום ווייטן ליאַרעם
,מיט אימהדיקן ווייטאׇג אומגעאַרעמט
דאׇ, אויף די שפּורן קוים־קוים אויפגעהיטע
פון דער פאַרטיליקטער ירושלים
.ד׳ליטע