Wednesday, April 29, 2015

נעם צונויף





אַ מתנה מיין פריינד, דזשעפרי (יוסף) וויידלינגער

נעם צונויף
די רעשטלעך
פון דער צייט

גיב אַ גלעט
אַלץ וואָס איז ווייט
און ערשטלעך

און באַאָטעם
הייס
דעם איבערבייט

צערטלעך ריר עס אָן
מיט די
זכרון־בערשטלעך

Monday, April 27, 2015

ווי צום ערשטן מאָל




צום לעצטן מאָל גלייך ווי צום ערשטן מאָל
,מיט פייגעלעך אין בויך
,מיט יאַשטשערקעס אין שמייכל
דערהערסט אויפסניי דער מאַמעשיס בת־קול

נאָר קאָנסט צו אים, ווי פריער, ניט דערגרייכן

אַ רגע פליט פאַרביי און ווי אַמאָל
טוסטו אַ קלער אַז אפשר דאָרטן, אין די הייכן
דערגרייכן וועט צום לעצטן ווי צום ערשטן מאָל
דער מאַמעס קול דיין ווייטאָגדיקער שמייכל


איידער חי ווערט ל"ו






לאָמיר זינגען אונדזערע לידער
פון סוף צוריק צום אָנהייב
וואָס קאָן זיין שענער ווי צוריקגיין
צום אָנהייב אַז מע טוט בשלום
איבערלעבן אַזש דעם סוף
ן
לאָזט אייך דינען, שוועסטער, ברידער
ס'וואָרקען ווידער די טויבן
זייער געזאַנג – הוילע גרינקייט
איבער בראשית, בערג, און טאָלן
איידער חי ווערט ל"ו

דו שווימסט אַוועק טיף אין געדעכעניש





דו שווימסט אַוועק טיף אין געדעכעניש
פון ווייטע טעג
,דיין היינט, דעם מאָרגנס אַ פאַרשוועכעניש
שווימט אויך אַוועק

און דאָך צו־מאָל דיינס אַ פאַרשפּרעכעניש
 – טויכט אויף מיט בליץ
ס׳געווען דיין יונג־און־בראַוו צעשטעכעניש
!אַ גוטער וויץ

און אין דעם עכאָ פון דיין רעכעניש
פאַרבלייבט ביז לעצט
דער אומרו נאַרישער און לעפּישער
פון קלוגן לץ

,און פון דעם קאָכעניש
פון ברעכעניש
פון טעג אויף נעכט
שווימסטו אַוועק
,אין שווימאַוועקעניש
!און שוין, אַן עק