Tuesday, April 05, 2016

געטרייע אויערן...




April 4
19 hrs

פאַרמאָגסט אַ קול 
און אפשר דריי־פיר פּאָר 
געטרייע אויערן
און דאָס איז, דאַכט זיך, גאָר – 
דיין גאַנץ פאַרמעג
דיין שטים ווערט שטאַרקער און אויך מילדער
ווען אירע קלאַנגען דויערן
בעת די געבענטשטע טעג
פאַרטרויען זיך דיין הויערן
באַגלייטנדיק און מעסטנדיק דיין וועג
און צאַרטער ווערסט
הגם אין האַרצן בויערן
די שפּיזלעך שאַרפע פון דעם שוואַרצן פלעק –
דעם עק
וואוהין ס'פאַרגייען
אַלע קולות, אַלע ליבע אויערן
אין טיפן ניוועץ
אין דעם אייביקן
אַוועק
LikeShow more reactions
Comment
Comments
Shmuel Atzmon Wircer
יישר כוח א פארגעניגן צו ליינען חזק ואמץ
LikeReply19 hrs

צען טריט פון דאנען...


צען טריט פון דאַנען ברענט דער גיהנם,
טאָ וואָס זשע וואַרטסטו נאָך?
זאָל ער זיך ברענען, אַבי ביי יענעם
זאָל זיין אַ גוטע וואָך.
צען מייל פון דאַנען בליט דער גן־עדן,
טאָ וואָס זשע זאַמסט זיך, וואָס?
זאָל ער זיך בליען, אַבי אונדז ביידן
זאָל ער לויכטן אין יעדן אות.
צען ווערסט פון דאַנען איז דיין היימשטאָט,
ניין, גראָד צען טויזנט ווערסט!..
אַהינצו טאַקע – טאָג איין, טאָג אויסעט,
אַנטרינען וויל איך, – הערסט?..

דער לאנגער זומער סוד



ביז דו וועסט תופס זיין
דעם הוילן אמת
וועט שוין 
די גאַנצע וועלט 
פאַרשטיין
אַז בלויז
דער סוד
מאכט דורכזיכטיק
און קלאָר דעם רמז
אַז בלויז
דער שאָטן
פונעם גראָז
אַנטפּלעקט ווי גרויס
די קלעם איז
פון רייפן זומער
וואָס פאַרלירט
זיין מאָס.

ספק אָן אַ זייט




ס׳איז געשטאָרבן דער ספק
צי דער אמת האָט פיס
צי דער וועלטס סאַמאַטאָכע
איז אַ ווילדער קאַפּריז
ס׳איז נסתלק געוואָרן
דער קלאָרער געדאַנק
און די קליגסטע פון סברות
פאַרפעלט דער פאַרשטאַנד
און געבליבן, פאַרבליבן
בלויז גראַמען, ניט מער
דריבער, טייערע יידן,
כ'דערלאַנג זיי אַהער!
LikeShow more reactions
Comment
Comments
Dov-Ber Kerler
Write a comment...

אייביק און צייטווייליק


אינגאַנצן טראַפן צוויי
אַ וואָרט אַ פּראָסטס
(כאָטש ניט אין גאַַנצן) --
אייביק
און ס'נעמט דיך אום
אַ פראָסט,
ניט שטיי, ניט גיי
רק לאָז
די אותיות טאַנצן --
א יי ב י ק
פון קערן זיך כסדר
צו דעם וואָרט
טוען די יאָסליעס וויי,
די ציין ווערן שוין אייליק
נאָכאלעמען
בלייבט אויך
דער גרעסטער
אייביק
גאַנץ
אַליין --
צ יי ט וו יי ל י ק
LikeShow more reactions
Comment

עס בלאָזן נייע ווינט?

--

עס בלאָזן נייע ווינטן,
זאָגסטו,
עס טוט זיך עפּעס,
עפּעס נייס:
די אַלטע לידער, די פאַרקלאָגטסטע
באַהויכט מען מיט אַ יונגן גייסט.

נאָר וואָס זשע דען? –
ניי־ווינטן זענען
שוין אויכעט גרוי
און שטאַרק פאַרשעמט
און טאָמער הערט מען
יונגע טענער,
בלייבט אונדזער וועלט'ס געהער –
געהעמט.

און דאָך,
אף על פּי כן --
באַנייען
מיין אַלטן פלי
פאַר קייט און קינד,
וועל איך מיט דיר, מיין פריינד,
זיך "טרייען"
פון אַלטע פּעקעלעך באפרייען
און ווייען מעשה יונגער ווינט.