Saturday, August 20, 2016

דעם שמייכלס לוויה


דער שמייכל
איז, לא עליכם,
פלוצים געשטארבן
קומט צו גיין
אויף זיין לוויה
א גאנצע כאפטע
וואזשנע חיות

דער צבי הערש
מיט די הערנער,
דער אריה לייב
מיט די נעגל,
דער דוב בער
מיט די לאפעס,
דער זאב וואלף
מלא חן,
ווי ער שטשירעט די ציין

און אויך דער אדלער --
דער נשר הגדול
קומט צו פליען
קלעקאטשענדיק
מעשה יאדל.

זאגט דער לייב:
"איכה... איכה..
אויף וועמען,
אויף וועמען האסטו
אונדז פארלאזן,
ר' שמייכל?!"

גיט-צו דער בער,
דער געמיט איז אים שווער:
"אזא סוף צו דערגרייכן
איז א שטאך און א בראך
וואס ס'דערטראגט
קיין שום שכל!"

פאטשט דער אדלער
מיט די פליגל
פון א מעכטיקן גדול
און צעגייט זיך
אין א קלאגמוטער לידל:
"אוי, שמייכל!
יאדל, יאדל, יאדל!"

דער וואלף טוט קלאגן:
"אנעם שמייכל, וואס מיר אלע
האבן שוין מער ניט צו פארמאגן,
האט ניט קיין טעם
די פרייד,
און קיין ווערט --
דער טרויער!"

פסקנט דער הערש,
זיין הערנער-געשאקל
פול מיט צער און באדויער:
"שמייכל, שמייכל,
ס'אי שוין גאר גאלע
אויס מועד,
דיין שטארבן
איז א קלארער צייכן
אז די וועלט גייט
איצונדערט,
טאקע לא עלינו,
ממש אונטער!"

און ווי סע מאכט זיך,
איז לעם דער כאפטע
געשטאנען,
ווי שטענדיק
אומרואיק,
א שפערל,
געפיקט אט א קרישל,
אט א פארדארטן קערל
און שטיל
זיך געבאמקעט
אונטער דער שנאבל-נאז:
"שמייכל-מייכל,
ווייס איך וואס!"

איר'ט מסתמא
פרעגן:
ס'טייטש?
און וואס איז דער סוף
פון דער מעשה?
וועל איך ענטפערן:
כ'וואיס ניש',
למאי זאל איך
אייך בארייסן...

דער שמייכל
ז'דערוויילע גאנץ טויט,
נאר די פיקערס די זשוואווע
פון סקארינקעס ברויט
האפן למעשה
אז אט
שטייט ער באלד אויף
תחיית-המעשים!
Like
Comment

פידל און כינור


    דורי מנור
    שפּילט אויף א סטראַדיבֿריות פידל –
    שיין און קלאָר ביז גאָר,
    און איך, כמעט זיין טאַטנס אַ בן־דור,
    שפּיל מיר
    אַ כלומרשט פריילעך לידל
    אויף דעם יידישן כינור...

    ער שפּילט און די שאַנזעליזע
    האָט פאַריבל,
    הלמאַי זיין ליד פאַרמאָגט
    אַזוי פיל עלעגאַנץ:
    "הבעל־מנגן הזה" –
    זאַגט זי און איר קול זיך דריבלט:
    "האָט צוגעלקחנט מיין נשמהס טאַנץ."

    פערציק מייל ווייט
    פון דיזענגאָפער טומל,
    איבערן ירושלמער רחוב בן־יהודה
    שפּעט ביינאַכט, אַליין, אין דער שטיל,
    בעת דורי פאַרכישופט די וועלט מיט זיין דודע,
    פאַרצי איך אַ ניגון
    אויף מיין היימישן חליל...
    Top of Form
      Like

תשעה באב


Write a comment...

תשעה באב
שוין וועקט אויפסניי
רעיונות וואס פארטרייבן
קרומע וועגן, פוילע שטיק
צום וועג וואו טאלק זאל בלייבן --
ערשטיק און אמאליק פריש.
סיידן אים פארשרייען
נארישע געבליטן וויסט
מיט מילכיקע האוואיעלעך,
לעכערלעכע צוויטן פאלש,
כיטרעטשקע און פליישיקע,
יונגאצקע אמעחייעלעך...
טוט זיך אפטראגן, אוועק, איר --
חיותלעך און חיהלעך!
זארגט אייך ניט -- דער טאג איז לאנג,
וועט מען אייך פארגעסן;
היינט לרגל תשעה באב
דערפרישט מען די אדרעסן!
גייט זשע, גייט זשע שוין אוועק,
באלד אן אייך, אן בייזע שלעק,
א טאג קומט אן א נייער.
Like
Comment
Comments
Dov-Ber Kerler
Write a comment...

אנטגופט


ווען דער ווינט וועט אונדז פארטראגן
אין דער ווייטער ווייט אוועק,
וועט זיין גרינגער אויסצוטראגן
דאס פארמעגן וואס אונדז קלעקט --
איבער קרוינען פון די ביימער,
איבער שפיצן פון די בערג,
פריי פון הויט און גוף און ביינער,
פון טאג-טעגלעכן געיעג --
רק די הויכע זון וועט שענקען
אירע שטראלן אן אן עק
און די רעגנס שלאקסיק שווענקען
אונדז אויף יעדן קער און שטעג.
און דער עכא, אונדזער חבר,
וועט א בראווער, שעה נאך שעה
גריסן אונדז און הויך פאזדראווען:
ברוך הבא, איר זענט דא!