דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Sunday, February 11, 2018
ווייכע ערד
ווען
כ׳האָב צום ערשטן מאָל
דערזען
דיין שמייכל
די
וועלט ז׳געוואָרן וואַרעמער
און
ווייכער
געוואָרן
מיר אונטער די פיס
די ערד
ווען
כ׳האָב צום ערשטן מאָל
דיין
ליבן קול דערהערט