.
דריי
לידער פון לעבן אָן טויט
א.
ס'איז
דאָ אַזאַ מין וואָרט
וואָס
מע באַגרייפט עס קוים,
וואָס
רירט אַלץ אָפּ פון אָרט
פאַרפלייצט
דעם רוים מיט שוים.
אַ
וואָרט וואָס ווייניק ווער
באַנעמט
איר זין און טייטש.
אַ
וואָרט וואָס צערטלט מילד,
אַ
וואָרט וואָס שמייסט ווי בייטש.
כ'געפין
פאַר זיך קיין אָרט
און
פּרואוו דערגיין דעם טעם
פון
אָט־דעם זיסן וואָרט –
מיט ליידנשאַפט פאַרגראַמט.
אַ
וואָרט וואָס ביז צום סוף
טוט
וועבן דיין געזאַנג
אפילו
ווען דערויף
קלעקט
שוין ניט קיין פאַרלאַנג.
דאָס
סאַמע ריינסטע וואָרט
וואָס
לינדערט גרעסטן וויי –
צוויי
טראַפן און ס'ווערט וואָר:
דאָס
רעדעלע זיך דרייט.
דאָס
וואָרט איז פּראָסט און קלאר:
צעווישן
שטיין און ביין
ביים
אייביקן קאַיאָר –
ס'איז
"ליבע" מלא־חן.
ב.
וואָס
ז'געווען איז געווען
וואָס
וועט זיין וועט אַוועק
בלייבן
וועלן די ווערעם
אין
דער זיסקייט פון כריין
און
אפילו ווען פּאָרעך
וועט
ווערן פון שטיין
ס'עט
פאַרבלייבן און בלייבן
אין
האַרצן פון וועלט –
די
אור־יונגשאַפט די העלע
פון
דער חרובער היים
ס'וועט
ניט קלעקן קיין שטומקייט
און
קיין ביטער געוויין
און
פאַרגעסעניש וועט
ניט
צעפרעסן ביז ביין
ווייל
נאָך אַלע דראַקאָנען
נאָך
דער עלנטקייט אַליין
וועט
די שטים פון מיליאָנען
סיי
צו גרויס, ווי צו קליין
זיך
דערברעכן, דערשלאָגן
כלומרשט
געהיים
און
זיי וועלן אַ שטראַל טאָן
אַ
זינג טאָן מיט ברען:
מיר
האָרכן, דערהערן –
מיר
קערן אהיים!
ג.
איך
מאַך זיך ניט וויסנדיק
ווייל
עפּעס־וואָס ווייס איך
די
טרערן וואָס גיסן זיך
איז
אַ ביטערער עסק
איך מאַך זיך קוים וואַכעדיק
דורך
פאַרזשמורעטע אויגן
דאָס
לעבן טוט וואָכעדיק
סיי
שטראָמען, סיי טויגן
איך מאַך זיך צעשליסנדיק
פאַר
ביימער און מאָכן
ווייל
אַלץ וואָס פאַרשלאָסן ווערט
ז'ניט
ווערט דעם ביטחון
איך
מאַך זיך דערהערעוודיק
צו
פייגלס געזאַנגען
און
ווייס ס'וועט אומקערן זיך
דער
זין צו די קלאַנגען
איך
מאַך זיך ניט אומעטיק
און
ניט איבעריק פריילעך
נאָר
כ'פריי זיך: סע שפּרודלט זיך
דער
מאז־ואילך
איך
מאַך זיך ניט וויסנדיק
ווייל
עפּעס־וואָס שפּיר איך
אין
שטראָמען וואָס פליסן זיך
דעם
אומזין פאַרליר איך