Thursday, May 14, 2020

דער זומער -- אויסרעדאגירטערהייט









דער זומער איז אַן עקשן, ער וויל ניט, וויל ניט קומען
הגם אויף בייטן וואַקסן צעקווייטיקט שוין די בלומען
הגם די ביימער אויכעט זיך שאָקלען שטאַרק צעגרינטע
דער זומער איז זיי חושד, וויל זיך פון דאַן אַהין טאָן
וואוהין אַהין? – טוסט פרעגן און ס'ענטפערן די ווינטן:
צו סאַמע קוואַל פון רעגן, צום וויכערס אורקוואַל בלינדן...

דער זומער זיך פאַרטײַעט, ער וויל זיך ניט צעבליען
פאַרציטערט מענטש און חיה באַלד גרייט פאַר אים זיך מיען
נאָר ער טוט אַלץ זיך הײַען, מיט שטראַלן טוט ניט בריען
דער פרילינג שוין פאַרבײַ איז און נאַט אײַך – אָסיען פריער
פאַרחושכט גרינע וועלדער מיט פּוסטע שטעט און שטעטלעך –
ווי גרויע שטיינער עלנטע, נעפּלדיק פּאַנדעמלעך...

נאָר ער, ער מוז דאָך קומען, אָנקומען סוף־כּל־סוף און
צעקושן זיך מיט בלומען, אויסהיילן גרויל מיט האָפונג
ווײַל ניט אומזיסט די ביימער צעגרינטע זיך צעוויגן 
אָט־אָט מיט טויזנט חנען צעוויקלט זיך זײַן ניגון
דערווײַל זשע בלאָזן ווינטן, צעיושעט זיך דער רעגן
          בעת דער פּאַנדעמער ווינטער ז'גרייט מערן זײַן פאַרמעגן



.

Saturday, May 09, 2020

ס'גייט אויס די נשמה...

\אויסרעדאַגירט\
ס'גייט אויס די נשמה...
(מען קאן דאָס זינגען לויט דער מעלאָדיע פון "מאַרגאַריטקעס")
ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיר
די גראַמען צעקלינגען זיך קוים
אַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרלירט
אויף נאַקעטן צווײַגל פון בוים
צי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנג
צו קומען, מײַן ליבע, צו דיר
צי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנג
פון ליד וואָס זײַן טיאָכקע כ'דערשפּיר
ס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,
און ס'האַרץ זיך אויפרײַסן איז גרייט
אַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּט
אָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייט
צי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינט
צו לינדערן ווייטאָג מיט קלאַנג
צי קאָן ער פארוואַנדלען די צײַט וואָס פאַרשווינדט
אין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנג
ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיר
איר ליד ווערט פאַרשטומט אינעם רוים
אַ פויגל פאַריאָמערט מיט פליגל צעפירט
אויף נאַקעטן צווײַגל פון בוים