Sunday, October 10, 2004

א בריוועלע

אַ בריוועלע

;איך שרייב אַ בריוועלע אַז קיינער זאָל ניט זען
,דאָס דאָזיק בריוועלע וועט קיינער ניט באַקומען
,איך שרייב עס, טייערע, פאַר די וואָס זענען דאָ געווען
.פאַר די, וואָס וועלן שוין אַהערצו מער ניט קומען

,דאָס דאָזיק בריוועלע איז ווי אַ שאָס פון טרוקן אויג
,אן אויג וואָס אויפגעפּראַלט איז כלומרשט לער־און־ליידיק
נאָר אינדעראמתן, ס'קוקט אין די הויכן אויס די טויב
...וואָס זאָל אַ בענטש טאָן יענע ווייסע וועלט וואָס אייביקט

,איך שרייב אַ בריוועלע מיט ניגון, ניט מיט טינט
,מיט קלאַנגען וואָס ווי מאָנעלעך כ'טו קלייבן
ווי ס'קלייבט אַ מאַמע קרישקעס נחת פון איר קינד
...ווען צייט־און־גורל לויערן איר נחת באַלד צערייבן

;איך שרייב אַ בריוועלע אַז קיינער זאָל ניט זען
,דאָס דאָזיק בריוועלע וועט מעגלעך קיינער ניט באַקומען
,איך שרייב עס, טייערע, פאַר די וואָס זענען דאָ געווען
.און וואַרט אויף זייער שמייכל הימלישן און שטומען

No comments:

Post a Comment