Tuesday, July 26, 2005

HOMO LUDENS




איך עקספּערימענטיר
און עקספּערימענטיר און עקספּערימענטיר
כ'שטעל צו אַ וואַנט מיט א ווענטל און אַ פענצטער
,איבער דעם דאַך פון דיין טיר
כ'שיט אויס אַ טייך פון דער פלאַש דער קלענסטער
,און באַגיס מיט ערדענע טרערן דיין יעטווידן שפּיר־און־שפּור
אַ זוניק צעשמייכלטער ווער איך אַלץ ערנסטער און ערנסטער

און מיט דיין קול ריר זיך־צו צו דער גרויסער וועלט'ס שעוועליור. ר

?און דו
,דו, שיינסט און ניכטערסט כלומרשט ניט־וויסנדיק
אַז איך וויל זיין דיין העכסטע, דיין גרעסטע
דיין אויסגעטעסעטסטע

...מיניאַטור

נאָר ניין, ניט פון מיר מאַכסטו זיך ניט־וויסנדיק
ווייל סוף־כל־סוף שפּעטער צי פריר 

וועסט קוואַליק און שטראָמיק צעפליסן זיך 
:און אינאיינעם מיט מיר צעגיסן זיך 

,מיין ליבער"
איך עקספּערימענטיר
און עקספּערימענטיר און עקספּערימענטיר
."צוזאַמען מיט דיר



No comments:

Post a Comment