– דער פראָסט אין האַרצן
איז פיל האַרבער פונעם פראָסט אין דרויסן;
דער שניי אין דרויסן ווייך איז
ווי אין אַ מעשהלע אַ ווייסער.
דער פראָסט אין האַרצן –
איז איינגעהילט אין קאָסמיש שוואַרצן
תהום
פון אינערלעכן קרייזן
אין דיינע ענגע דלד־אמות
פון דיין שמאָלן בעטל־סדום
פאַקראָוועט פעסט אין אייזן.
נאָר דו, רק דו אַליין –
קענסט יענעם וואונדער־קונץ באַווייזן,
אַריינברענגען די ברייטע ליכט
פון דרויסנדיקן זויבער־שניי
פון דרויסן
אין סאַמע תוך
פון שווייגן דיינעם גרויזאַמען און גרויסן
אַזוי אַז ליכט און אומליכט זאָלן
פייערלעך אַ שפּרייז טאָן
און פונעם בייזן פראָסט
.זיך מוטער נאַקעט אויסטאָן
No comments:
Post a Comment