דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
ס'איז דאָ אַ צייט פאַר אַלץאחוץ פאַר גאָרנישט,נאָר אַלץ ווערט גאָרנישטווען ס'פאַרענדיקט זיך די צייט.
– איז זאָל מען בעסער שווייגן?
– ניין, מע טאָר נישט,אויף שווייגן –וועט דאָך תמיד קלעקן צייט!
No comments:
Post a Comment