Sunday, July 09, 2006

a grus fun Yerusholayim

<>

der fliyendiker shmeykhl

Daniel Stolpe, "Lovers; Flying Smile", 1982


מייסטערשאַפט

ווייסן ווייס איך אַז דער עסק
איז שוין אייגנטלעך פאַרביי
נאָר דאָס מאַכן זיך ניט־וויסנדיק
מיט אַ שמייכל זיך באַגריסנדיק
איז אוודאי און אוודאי
נאָך כדאיער פון כדאי

גרויער ווערט דער קלאַנג,
מעטאַלענער –
נאָך די לעבנס
די פאַרפאַלענע
און דער הימל ז'פול מיט בליי

פאָרט וואָס טויג די וועלט
נאָך אַלעמען
אויב אין הייכן שוועבט די כלה ניט –
דער בת־קול'ס אַ שמייכל שטראַלנדער
אויף דער פריי?

הייב איך אויף דעם קאָפּ
ניט איילנדיק
און באַגריס איר שמייכל
שטראַלנדיק:

ווייס איך וואָס?
איצט ווייסן ווייס איך
ס'דופקט, דאַנקען גאָט, דער עסק
און אַלץ מילדער ווי פון עסיק
זיך צעגייט
דעם הימל'ס בליי

No comments:

Post a Comment