Wednesday, September 19, 2007

ירושלים של מטה־מעלה

---










,קליין איז ירושלים
כאָטש איר נאָמען איז גרויס,
קליין און היימיש נאָענט און ענג.
אַן ענגשאַפט וואָס נאָך רחבותן בענקט
און איר גראַם וואָס "צום לעבן" איז גורס
מאַכט זי נאָך מערער באַחנט.

קליין איז ירושלים.
אין די נידער פאַרשפּרייט
בלייבט זי פאָרט קלענער פון איר גרויסן שם
וואָס צעשפּרייט זיך איבער פרייד און קלעם,
איבער גאָרער וועלט צעווייט און צעזייט
בעת ס'מאָנען אירע הימלען: "למען השם..."

קליין איז ירושלים.
נאָר למען האמת זענען פון אירע קלענסטע געסעלעך
די גרעסטע בולוואַרן און פּיאַצאָס ניט בעסער,
כאָטש אויך אירע געסלעך
ווערן צומאָל העסלעך
פאַרפינצטערט, פאַרפּאַנצערט אויף זיבן שלעסער...

ביז עס קומט פון אויבן די פרימאָרגן ליכט
און אויפסניי עס צעשיינט זיך איר געזיכט –
צו גאָט און צו לייט און אפילו צו שונאים,
איר אַלוועלטלעך היימיש און ליכטיק פּנים.

קליין איז ירושלים?
שיין איז ירושלים!

ניט אומזיסט דאָך
עס גראַמט זיך
איר שם
מיט
"לחיים!" י

No comments:

Post a Comment