Sunday, November 09, 2008

און דו האָסט גאָר געמיינט



און דו האָסט גאָר געמיינט

אַז דאָס איז בלויז אַ חלום

אַ ווילדער טרוים מיט וועלכן

ווערסט ניט זאַט

אַ טרוים וואָס העלפט

אַנטלויפן פון בהלה

פון טעגלעכן געיעג

נאָך מינדסטטן, נודנעם פּרט

וואָס האָט ניט קיין שום ווערט

קיין טעם, אפילו ניט קיין פנים

און דו האָסט גאָר געמיינט

אַז דאָס איז גלאַט

אַ גלעט פון אַ געדאנק

וואָס וויל אַנטלויפן

פון די האַרבע כללים

אין זוניקער פאַרטרוימטקייט

אַקוראַט

ווען אַלע וועגן

זענען שוין פאַריאָמערט

אין מאָנאָטאָנעם שטויב פון נע ונד

און דו האָסט שוין געמיינט...

נאָר שאַט, נאָר, שאַט

אָ, ניט אומזיסט

האָסטו געלעכצט

נאָך אירע אָרעמס

צו אירע צאַרטע לאַסקעס

האָסט

געגאַרט

דער טרוים ווערט דאַן די וואׇר

פאַרגעסנדיק דיין נאׇמען

פאַרוואַנדלסט זיך אין ווינט

וואׇס נעמט זיך אׇן מיט האַרץ

און ווייעט אׇן אַ סוף

גלייך ניט געקענט וואׇלט אׇן אים

די וועלט באַשטיין איר קאׇך

ווי פריער קלאׇר און קראַנט

און דו האׇסט גאׇר געמיינט,

געקלערט, געוואויגן ספקות

נאׇר אׇט איז זי לעם דיר

באַשיידן און געוואַגט

און גרייט מיט דיר צו טיילן

איר אומגעהייער דבקות

מיט יעדן זילב,

מיט יעדן פּרט

גענוי

און אַקוראַט




No comments:

Post a Comment