דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
אַיעדן טאָג –דערזעסט אַ וועלט אַ נייע!און טאָמער ניט קיין נייע,איז זידעןניט קיין וועלט?
און טאָמער זעסטו נאָרדאָס נייע,דאַן זי, די נייקייט בלינדע,אַ גאַנצע וועלטמיט זיךפאַרשטעלט?
נאָר ס'טרעפט זיך אויך צומאָל –דערזעסט דעם שוואַרצןגאָרנישט
און ס'איז נישטאָ צו איםקיין גראַם,אפילואויף קיין האָר נישט!
און ווערסט דאַןאויסגעשטעלט...
No comments:
Post a Comment