– וויפל קאָסטן וואָלט אַשטייגער
אָט־אָ־דער־אָ פיינער זייעגער
אויב נאָר, אויף אַ גוטן אופן,
איר וואָלט וועלן אים פאַרקויפן?
– אָט דער זייגער, ליבער פריינד,
(וויפל זאָל ער טאַקע קאָסטן?)
אַ מייאָנטיקל מיט צייט
אין יאַרהוענדערטער געמאָסטן.
– אַ מאיאָנטיקל מיט צייט
וואָלט איך גלייך באַצאָלן זיכער,
נאָר דער שעלמיש בייזער וויכער
האָט פאַריאָגט עס העט ווי ווייט...
– ניט געפעלעך, אויך מיין זייגער
(וויל ער גייט ער, וויל ער שטייט ער)
ז'אויך שוין מיט דער צייט ניט זיכער
איבער יענעם בייזן וויכער.
– בלייבט עס, היייסט עס, גאָרניט טאַקע
ניט קיין צייט מיט עכטן דויער,
ניט קיין זייגערלס טיקטאַקען, –
שהי־פּהי, תוהו־ובוהו...
– אָן סכנות, וויכער, שמיכער,
מיט אַ קעלישעק לחיים
לאָמיר יעדע רגע גיכער
בענטשן, לוסטיק זיך אָטכייען!
– – – – – – – – – – – – – – – –
דאַכט זיך וואָס, אַ שמועס זשוואַווע
טרייבן צווישן זיך צוויי זקנים...
כ'טו אַ קוק און אויפן זייגער
אַ מאַיאָנטיק ווערט פאַרזשאַווערט
No comments:
Post a Comment