Wednesday, June 23, 2010


bluming





עס וואַרטן אויף דיר דיינע ברידער
די אויסוועגן אַלע – פאַרמאַכט
דער כוח פון שמשון הגיבור
מיט ביטער געוויין זיך צעלאַכט

און ס'הערט זיך אין יענעם געלעכטער
ניט ווייטיק, ניט צער און ניט קלאָג
נאָר גאָר דער בטחון דער עכטער
זיין הייליקע ליכט ער דערטראָגט

צו דיר און צו אַל־דעם צאן קדושים
אנשים ונשים וטף

די פרייד פון באַפרייאונג באַרוישט דעם
ווער עס טאָר מער ניט בלייבן קיין שקלאַף

עס וואַרטן אויף דיר דיינע ברידער
און דו האָסט דערהערט זייער רוף
דעם אייגענעם אומזין דערווידער
זיי – י
שענק דיין נשמה און גוף






ניגון

  • Jun. 11th, 2010 at 12:52 PM
bluming
-




די ווייטקייטן אַלץ נעענטער
די נאָנטשאַפטן דערווייטיקט
און איינזאַמער און עלנטער
די מאָרגנס טיף פאַרצייטיקט

די שטרעקעס ווייט צעצויגענע
די סטאַציעס קורצווייליק
די מיילן ניט דערפלויגענע
די טריט אי קליין אי אייליק

און ווערטער ניט דערטראָגענע
און ווערטן טיף פאַרשוויגן
ווי מידע, ניט דערשלאָגענע
קוים זשיפּענדיקע פליגן

נאָר אָט אין מיצקע דרינען גאָר
אַ ליכטיק שארפער ניגון
פון יאָר צו יאָר
פון דור צו דור
אַלץ רייפער, קלערער, קליגער

  • Jun. 7th, 2010 at 11:29 PM
bluming
----


וועלוולען

די בראַווע רייד אוראַלטע

פון די העלדן פון תנך

דערהערט מען קוים

דעם דופק זייערן

אַז ס'דאַכט דיר אויס צו־מאָל

כאַפּסט־אויף נאָר


פּאַך –
פּאַך – פּאַך...

אפילו ניט קיין גרילץ

רק סקרוך גרייכט אין די אויערן

פון אונטער שטייף געשטיין

צעוואָלעט אויף דער פלאַך

וואו מיט יאָרטויזנטער צוריק

געשטאַנען שטאָלצע מויערן

נאָר פּלוצים טוט דער קלאַנג

פון טויבער דזשיבעריש אַ לאַך

מיט קלאָרן לשון פון תנך

וואָס נעמט אין האַרץ דיר בויערן

וואָס מוטיקט דיך, און וואָרנט דיך

זיי רואיק, שטאַרק, און וואַך

דער שונא ביי די טויערן!



No comments:

Post a Comment