וועסט שווייגנדיק דערציילן אַלץ
דיין האַרץ וועט רעדן
לעפצן דיינע – שטומען
ווי ס'פלעמל וואָס איז דוחק חושך
ווייס אויף שוואַרץ
וועסט שווייגנדיק דערציילן אַלץ
און ס'וועלן אַלע האָרכן קומען
טיף באַרוישטע
געווען אַמאָל, אַמאָל אַ לעבן
שווער און האַרב
נאָר ס'איז געווען אַ לעבן
ניט קיין גסיסה
און טאָמער פלעג שוין
עמיץ פּלוצים טאָן אַ שטאַרב
איז אויך דער סוף
געווען גאָרניט ניט קיין מיאוסער
געווען, געווען אַמאָל אַ שוואונג
אַ צאַפּל דראַנג
און פרישער, אמתדיקער
אויף דער צונג
און אין די פיס – דער אומרו
און יעטוויד פּיצל באַנג
פאַרגיין פלעג גלייך מיט צוואַנג
פון וועלט וואָס טאָר ניט
וויסן פון קיין קומער
און ס'וועלן קומען האָרכן
קינד און קייט
און טיף אין אינגעווייד
פון דיינע רייד די שטומע
דערהערן יענעם שאָרכן
פון גראָז ווען ס'וואַקסט
פון זיך אַליין
און ס'טוט פּלוצטהאַלב דערמאָנען זיך
מיט בענקשאַפט נאָך די בלומען
וועסט שטילערהייט
פאַרציילן אַלץ ביז דנאָ
וואָס איז געוואָרן און
געוועזן וואָס
צעפּולווערט און צעווייעט
פון תו צוריק צום אלף
שעה נאָך שעה
בלויז ניט דערמאָן דעם חלף
וואָס טוט אויפסניי זיך פרייען
וועסט שטומערהייט דערציילן אַלץ
מיט שווייגן וואָס פאַרטויבט
דעם גרעסטן ליאַרעם
און קאָן ניט מער צו־רו לאָזן
אַיענעמס האַרץ
וואָס פאָכען נעמט שוין נעבעכדיק
ניט טויט, ניט לעבעדיק
ניט קאַלט, ניט וואַרעם
No comments:
Post a Comment