קוקנדיק דעם אמת
אין פּנים
דערמאַנט מען זיך
ווי שווער עס איז
אָן אים
דערזעט מען
ווי ביטער
מיט אים איז מען
ביים פּרואוון דערגיין
זיינע אַלע יוֹשֶריזמען
נאָר דעם שקר אין די אויגן
איז נאָך ביטערער צו קוקן
און ס׳טוט אוודאי ניט לוינען
פאַר אים זיך בייגן און בוקן
בלייבט ווייטער
דאָס זעלבע
די וועלט – בלויז אַ רמז
און דער באַשייד אירער
עקבערט
די קנייטשן פון אמת
No comments:
Post a Comment