Sunday, May 08, 2011

אַ לאָך ווערט אַ לאַך

mitnkop
-

אַ לאָך ווערט אַ לאַך

 דער קונה קומט צו גיין און מאָנט אַלץ נייע סחורה
און דו פאַרשעמטערהייט באַגלייטסט אים שטיל אַרויס
ווייל נישטיק איז דיין קלייטל, קליין און אָרעם
און זיין פאַרלאַנג איז אומגעהייער גרויס

דעם קונה קוקסטו נאָכעט שטאַרק באַדויערט
נאָר ווייסט אַז מאָרגן, איבערמאָרגן קומט ער נאָך
ווי זאָלסטו אים מיט נייער סחורה גיין באַזאָרגן
אַז דיינע בידנע מיטלען זענען ווערט אַ לאָך

אַ לאָך? וואַרט אויס, אַ לאָך איז אויכעט עפּעס
פון לאָך קאָן מען אויסמייסטרעווען אַ זאַך
מערניט צעבייט דעם קָמץ אויף אַ פַּתח
און וועסט אַ וועלט פאַרדינען מיט דיין לאַך

צומאָרגנס קערט זיך אום אויפסניי דער קונא
און קוקט דיין שמייכל אָנעט מיט פאַרדאַכט
נאָר שפּעטער גייט ער שוין אַרויסעט אָן תרעומת
און זינגענדיק ער שפּאַנט אַהיים און לאַכט




1 comment:

  1. Anonymous3:22 AM

    a sheynem dank far dos lid!
    tsi s'iz bay ir geshribn?
    un ven nisht, fun vemen oder vos iz dos far a dialekt?

    ReplyDelete