אַ רויז האָט זיך פאַרליבט
אין אַ סקאַרבאָוונעם גרעזל
און בייגט זיך צאַרט און ציטעריק צו אים
נאָר גרעזל קאָן אַלץ ניט באַגרייפן אַזאַ מזל
וואָס איז לכל־הדעות גאָרניט אַזוי שלים
און שטייט ווי גולם, אָפּגעבאַרעט, גאָר אָן לשון
און ציטערט געבן זיך פון אָרט אַ ריר
און בלייבט אָפּהענטיק שטיין אַלץ ביי דער טיר
ביז ס'ווערט דער רויטער פלאַם פון רויז פאַרלאָשן
עך, גרעזל, גרעזל, סאַראַ בראָך אויף דיר

No comments:
Post a Comment