Friday, April 12, 2013

וויי־און־ווינד





האָסט געזען 
ווי ס'קייקלט זיך 
אַ טרער אַראָפּ 
אויפן קענטלעכן פּנים
פונעם גויאישן גאָט
און אַ קלער געטאָן: אָט,
אויך ער פאַרנעמט
,דעם צער פון וועלט
...איר שאַנד־און־שפּאָט

און אַ יידיש קינד
האָט געפּרעפּלט,
 גערעדט, האָט געדברט
אויף דייטש
ניט פאַרשטייענדיק
קיין שייטל
קיין ברעקל
פון דיין קערנדיקן
.עברי־טייטש


אָפּגעווישט די טרער
דעלאַנגטסטו אַהער
מיט דער וואַרעמע האַנט
אַ גלעט דעם קינד

און דער אַרישער גאָט
ניט גערירט זיך פון אָרט
בלויז א שאָרך געטאָן: י
וויי־און־ווינד!..



No comments:

Post a Comment