פון דעם יידישן עזבון פון קאָזמאַ פּעטראָוויטש פּרוטקאָוו
די נאָז
ס'האָט אַן אומגליק מיר געטראָפן
ס'איז די נאָז פון מיר אַטלאָפן
די רשעים, מיינע שונאים, י
קרומלעך שמייכלען מיר אין פּנים
פון דער ווייט – אַ בייזער שפּאַס – י
כ'זע מיין נאָז שפּאַנט אויף דער גאַס
סאַראַ צרה, סאַראַ ווייטיק
אָט די נאָז איז מיר שטאַרק נייטיק
ס'איז אַ ביטערע פּאָטעכע
אַן דער נאָז, דורך מויל צו דעכען
כ'פיל קיין טעם ניט, כ'הער קיין ריחות
ס'האָט דער קיום קיין שום איכות
און דאָס לעבן – ביליק גראָז
אָן דעם אבר, וואָס הייסט: נאָז
כ'בין ווי אַ מיליאָן כינעזער
וואָס מ'האָט זיי געלאָזט אָן נעזער
איז האָב איך זיך געטאָן אַ נדר
אַז איידער וואָס און איידער איידער
מוז איך מיר די נאָז אומקערן
אַניט כ'וועל סתם משוגע ווערן
No comments:
Post a Comment