דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Sunday, November 24, 2013
Thursday, November 21, 2013
יידישע קינדערלעך
קינדערלעך טייערע,
אָט דאָס איז אַ ליד
אינגאַנצן פאַר אייך,
ס'איז אַרויס פון די פייערן,
אַז איר זאָלט געדענקען
ערגעץ דאָרט ווייט,
ווי אין־לשער גאָר,
ווי שטאַרק
נאָך אייך בענקען:
דער וואַלד און דאָס פעלד,
די שפּייכלערס מיט שייערן,
די ביימער,
די פייגל,
די הויפישע הינטלעך –
נאָך אייך און נאָך אייערע
אויגן און הענטלעך,
נאָך אייער געפּילדער,
אויפן לשון דעם מאַמישן
מיט טרוימעלעך אייערע
נאָך רחבותן וועלטישע,
נאָך בלויקייטן ימישע
פול ווילדקייטן מילדע –
מילדער ווי ווילדער...
טייערע, האַרציקע,
יידישע קינדער.
Tuesday, November 19, 2013
אַלמעכטיקער טאָג
?אַלמעכטיקער טאָג, וואָס איילסטו זיך אַזוי
?דו ווייסט דען ניט, אַז כ'קאָן אָן דיר ניט זיין
,ס'הייסט, אינדעראמתן, אַביסל אפשר כ'קאָן
נאָר ווען דער עיקרדיקסטער עיקר שפּאַרט גוט אָן
דאַן בין איך מער ניט זיכער צי כ'וועל שוין ניט פאַלן
נאָך איידער ס'גרייכן צו אונדז ווידער דיינע שטראַלן
.און ס'דאַכט, אַז אַלץ געשטעלט ווערט דאַן אין קאָן
,דו מוזסט טאַקע אַוועק כסדר ערב יעדער נאַכט
,ווען צוטרוי צו דיין ליכט ווערט אָפּגעשוואַכט
?ווען ציטער קאָסמישער ווערט הילכיקער און שטאַרקער
,ניט אייל זיך, טו באַשיינען ווייטער אָט־די קרקע
אָט שטעל איך באַלד פאַר דיר די קאַפי־וואַרקע
.און וועל מכבד זיין דיך מיט אַ טעפּל פרישער קאַווע
– עס טוט דער טאָג אַ שמייכל – וכך הוה
...ער איז מיט מיר פאַרבליבן אויף דער גאַנצער נאַכט
!אָ טאָג, אַלמעכטיקער! געלויבט זאָל זיין דיין פּראַכט
די שכינה
געהאַקטע וואונדן, סיפּקע צרות
זי זינגט זיך אויס אויף אייך
מיט ביטול שמוך פון רייפע עקרות
מיט קרעכץ פון עגונות צוגלייך
זי פייפט מיטן ווינט און
זי קאָן ניט אַנדערש
רק ווייען און ווייען און ווייען
מיטן ווינט מיטן בלינדן
אויסגעטאָן דעם סקאַפאַדער
זינגט זי אָן מאה, אָן דעה
ווי אַ פּאַסטעך אַליין, אָן שאָף־און־רינדער
ווי א האָן וואָס פאַרגייט... אין קרייען
ווי אַ פּאַסטעך אַליין, אָן שאָף־און־רינדער
ווי א האָן וואָס פאַרגייט... אין קרייען
איין־איינציק איי אין דעם לאַנד
אין דעם גאַנצן
זוכט מען אַ פרישס
פאַר אַ חולה
נאָר געפינט מען – אַ מכה
און דאָס איז אינגאַנצן
די גאָלע געשיכטע די וואוילע
געהאַקטע וואונדן, סיפּקע צרות,
ווען זאָלט איר, ווען זאָלט איר
ווערן פאַרשוואונדן?
דער טורף היט שוין די נאָרעס,
דער קאָטער,
גרייט איינצושלינגען נייע קונדן.
און לייטיש עס זשומען די ווייטע
שטערן –
מע מעג זיי, מע קען זיי, מע מוז זיי
דערהערן,
איידער מ'נעמט זיך אויף אייביק ניט־ווערן,
איידער מע טוט ז י
ך אַליין
אויפהערן
נאָר בלייבן וועט בלייבן
אויף זיכער דער ניגון,
וואָס דרייט זיך און דרייט זיך
ווי איר שטאַפעט,
דורך וואַנדל און וויגל
דערלאַנגט ער, דערוואַנדערט
ביז צו דעם ווייטסטן פּלאַנעט –
דערוואַנדערט אַהין אָן אַ סקאַפאַנדער... –
איר מעגט מיט איר גיין אין געוועט!