Tuesday, November 19, 2013

אַלמעכטיקער טאָג


?אַלמעכטיקער טאָג, וואָס איילסטו זיך אַזוי
?דו ווייסט דען ניט, אַז כ'קאָן אָן דיר ניט זיין
,ס'הייסט, אינדעראמתן, אַביסל אפשר כ'קאָן

נאָר ווען דער עיקרדיקסטער עיקר שפּאַרט גוט אָן
דאַן בין איך מער ניט זיכער צי כ'וועל שוין ניט פאַלן
נאָך איידער ס'גרייכן צו אונדז ווידער דיינע שטראַלן
.און ס'דאַכט, אַז אַלץ געשטעלט ווערט דאַן אין קאָן

,דו מוזסט טאַקע אַוועק כסדר ערב יעדער נאַכט
,ווען צוטרוי צו דיין ליכט ווערט אָפּגעשוואַכט
?ווען ציטער קאָסמישער ווערט הילכיקער און שטאַרקער

,ניט אייל זיך, טו באַשיינען ווייטער אָט־די קרקע
אָט שטעל איך באַלד פאַר דיר די קאַפי־וואַרקע
.און וועל מכבד זיין דיך מיט אַ טעפּל פרישער קאַווע

 – עס טוט דער טאָג אַ שמייכל  וכך הוה
...ער איז מיט מיר פאַרבליבן אויף דער גאַנצער נאַכט

!אָ טאָג, אַלמעכטיקער! געלויבט זאָל זיין דיין פּראַכט

No comments:

Post a Comment