ס'איז ניטאָ קיין וועג צוריק
לאַנג פאַרברענט איז שוין די בריק
די דערמאָנונג – אַ מיראַזש
אַז עס ווילט זיך כליפּען אַזש
רק די טרער ווערט סטאַלאַקטיט
וואָס אין ערגעץ רירט זיך ניט
און דער רוים ווערט פּוסט און הויל
און פון גאָלד ווערט גאָלע גרויל
,נאָר פונדעסטוועגן, ר' ייד
עפּעס וואָס אין דיר צעגליט
לאָזט די וועלט אַלץ ניט צו־רו
דו – דו
דו – דו
דו – דו – דו
No comments:
Post a Comment