Thursday, May 22, 2014

אן אלט ליד פאָרגעלייענט פון יצחק ניבאָרסקי

-- --

 :יצחק ניבאָרסקי לייענט פאָר
 




מיין אַלטער עגאׇ

*
דער יצר־הרע וויל דערווייזן
אַז ער איז שטאַרקער גאָר פון אייזן
ביז ער אַליין ווערט אַלט און גראָוו
און שמייכלט שטיל צום יצר־טוב.

**
מיין אַלטער עגאׇ,
דער יונגער תרח,
דערמאׇנט מיר
אַז ניט יינגער ווער איך...

***
דו ווערסט, מיין פריינד,
אַן אַלטער באָק,
ווייל הייבסט זיך אָן פאַרקוקן
אויף יונגע מיידלס האַלב
אַנטבלויזטע רוקנס...

נאָר ווייסן – ווייסט ניט מער
ווי גיט מען זיך אַן עצה
ווען דו דערזעסט
אַ מיידלש צאַפּלדיקע פּלייצע,

שוין אָפּגערעדט
פון שלאַנקע האַלדז־און־נאַקן...
דו קוקסט און גאַפסט,
נאָר בלייבן בלייבסט
פאַרזשאַווערט,
אַלטגעבאַקן...

דו ווערסט, מיין פריינד,
אַן אַלטער באָק,
אַן אַלטער,
אַלטער תרח!
די מיידלעך –  
האָבן דיך אין טראָק!

און איך מיט דיר אינאיינעם
(ניט טרעפן ס'זאָל ביי קיינעם,
אויך ניט ביי גראׇווע זקנים) –
אויך איך אַלץ עלטער
ווער איך...

סעפּטעמבער, 2005

No comments:

Post a Comment