Friday, October 24, 2014

-



דו זעסט 
ווי ס'לויפט אַוועק דיר פאַר די אויגן
די גאַַנצע וועלט.
און טוסט פאַַרשטיין:
אָט באַַלד ווערסטו לחלוטין
אויסגעשטעלט.
אַַז אויך אָָן דיר 
די גאָָרע וועלט וועט טויגן,
אַ מאָל פאַַרשוואַרצט, 
אַַ מאָָל צעהעלט.
רק דו וועסט צומאַכן אַַן אויג און –
פאַַרבלייבט זי גאַַנץ עגאַַל,
פון דיר פאַַרפעלט.

נאָר ניט קיין צאָרן 
מאַַטערט דיך און וואונדיקט
און גאָר אָָן גאַל
דערמאָָנסטו זיך 
אין גרויסן וואונדער,
זיין פּּראַַכט, זיין שלל
און שטיל מיט קרומען, 
נאָָר אַ גוטן שמייכל
למען־השם
וועסט פּּּראָסט־און־פּּּשוט טאָן אַַ זאָג,
מיין וועלט, 
דו לייגסט זיך אויפן שכל,
נאָר וואָס זשע דען?
ביי מיר – עס טאָגט...




No comments:

Post a Comment