1
אַ ליד ווי קורץ
עס זאָל ניט זיין
באַדאַרף צום אָטעם אַ שלל מיט לופט
אַז דער אַרום זאָל זיין אַנטגופט
פון אותיות־פרייד פון ווערטער־פּיין
אַז בלויז דאָס ליד מיט אייגן שיין
זאָל זיין צו אַנדערע – אַ רוף...
באַדאַרף צום אָטעם אַ שלל מיט לופט
אַז דער אַרום זאָל זיין אַנטגופט
פון אותיות־פרייד פון ווערטער־פּיין
אַז בלויז דאָס ליד מיט אייגן שיין
זאָל זיין צו אַנדערע – אַ רוף...
3
אַ בוידעם לאָזט
זיך אויס פון אַלץ וואָס האָט גאָר קודם
קיין פעסטן באָדן אונטער פיס נאָך ממש ניט געהאַט.
נאָר וואָס זשע דען? מע ווייסט ניט כלומרשט אַקוראַט
למאי ס'איז איינגעפאַלן מיט אַ טראַסק דער בוידעם!
מערניט עס רייסט אויף זיך די האָר מיט צאָרן אַלץ נאַש בראַט,
מע קריכט אויף גלייכע ווענט צי פּראָסט־און־פּשוט – גלאַט
פאַר גרויסן חי־וקים שרייט מען: הודו, הודו, הודו!..

4
שוין
לאַנג דיך ניט געזען אין מיינע דלד אמות
זיך שטאַרק פאַרבענקט נאָך דיינע שיינע האָר
און כ'זוך כסדר ס'ליכט פון דיינע אויגן פּאָר
ווייל ס'גייט אין איכות, ליבע מוזע, ניט אין כמות
און איכות גלאַט אָן דיר כ'שטעל מיך ניט פאָר
דעריבער כ'בלאָנדזשע ווייטער ביז קאַיאָר:
וואו ביסטו? דאָ, צי דאָרט? אויף זיכער, צי מסתמא?..

8
געזוכט שוין לאַנג אַ קורץ געפּאַקטן
אופן
צו כאַפּן עפּעס וואָס, ס'זאָל ברייטער זיין און קלאָר –
ניט צו פאַרפעלן עפּעס גערסערס אויף קיין האָר
ביים אָנלייגן אַ פינגער צו בודק זיין דעם דופק –
צי קלאַפּט ער טאַקע ריכטיק אויף דער וואָר
צום טאַקט פון אַלץ וואָס מאַכט משוגע אונדזער דור.
ניט פּרעטענדירנדיק דערביי צו זיין אַ שטיקל רופא...

6
אַז וועסט קומען
צו גיין און צו פליען קיין ירושלים
העט ממרחקים אָנקומען מיט דופטן פון רייפן סאָד
וועלן שטיינער און ביימער זיך שאָקלען אין ראָד
דיך באַגריסן, דיך בענטשן – "לשלום-לחיים!
זאָלסט שוין מער ניט פאַרלאָזן די שטאָט,
זיך ניט רירן אַוועק אויף קיים טראָט!״ –
וועסטו גרייט זיין לעולם פאַרבלייבן ברשות השמים

2
ווען אַלע סופן
טרעפן זיך אינאייעם אויף אַַ וויילע
און ס'דאַכט אַז אָט עס קומט אַרויס פון דעם אַ טאַלק –
פון אַ צעדריבלט רעדל ווערט אַ זשוואַווע פאָלק
און פון געזאַנג של מטה – שיר של מעלה,
דערהערסטו גאָר: אוי, ביסט, מיין פריינד, אַ באָק!
דאַן אויף אַזאַ מין מי־שברך טוסט אַ זאָג:
ס׳האַרץ ,נעבעך, ווערט ביי אייך, אַ תל אין זעקעלע פון ניילאָן.

5
ס'איז מעגלעך גאַנץ נאָרמאַל דאָס
משוגעת
ווען אַלע די, וואָס שפּאַנען כלומרשט ניכטער,
זען גרייט פאַרמשפּטן און שטראָפן מעשה־ריכטער
דיין וואַקלענדיקן גאַנג לענגאויס דער גאַס.
זיי בורטשען בייזלעך שאַרף: וואוהין דאָס קריכט ער?!
און קרימען איבער ווי פון עקל די געזיכטער...
נאָר דו, צוריק צום גלייכגעוויכט, גייסט ווייטער גלאַט, אָן כעס.

7
באַלד וועט ניט ווערן אויך דער
לעצטער שפּור
נאָר וואָס זשע דען? זיין זכר וועט זיך מערן
און וועט זיך טויכן, צאַפּלען, וועט זיך ווערן
פול אויסגעגעבענקטער קראַפט און מיט בראַוואור
אין ליד, אין וואָרט, אין טאַט; אין די געדערים
פון וועלט־נשמהס טרייע אינזשענערן
אין זייער קונציק פיינער נערוו־אַפּאַראַטור...

No comments:
Post a Comment