Sunday, October 23, 2016

אין יידיש





אין יידיש רעדט זיך,
אין יידיש קרעכט זיך,
אין יידיש איבערברעכט זיך
אלץ וואס עכט איז,
אלץ וואס פאלש איז...
אלץ וואס איז שטארק, און מילד, און שוואך,
אלץ וואס איז היימיש,
ניט בהמיש
גרייכנדיק צו עלעגאנץ --
סיי צום טייוול, סיי צום שבח,
אלץ וואס האט א ברעקעלע הארץ
און דאס איז אלץ



No comments:

Post a Comment