Sunday, April 23, 2017

מײַן מוזע זאָגט




מײַן מוזע זאָגט: איר זינגט צו פיל פון טויט.
(אַזאַ מין טבע האָט זי – מיך כסדר אירצן).
אַ סקרוך איבערן לײַב, איבער דער הויט –
איך? וועגן טויט?! – די יאָרן כ'טו זיך קירצן.

ניין, ניט פון טויט, מײַן ליבע, איז מײַן ליד,
נאָר גראָד פון אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט לעבן.
נאָר וואָס זשע דען? – צו־מאָל דער פערז פאַרפליט
העט־העט אַהין וואו ס'ווערט פאַרשטומט דאָס רעדן.

כ'וואָלט גערן וועלן שווײַגן וועגן סוף,
נאָר דער געזאַנג פאַרגעסט אָפט זיינע ברעגן,
דערלאַנגנדיק צום בלויזן אַדערויף
כדי אויפסנײַ באַוואונדערן דאָס לעבן.



No comments:

Post a Comment