Wednesday, June 14, 2017

דערזען בחוש דעם מאָרגנשטערן

.



באריס קארלאוו‎ updated his status.
April 9
איז אפשר טאַקע שוין גענוג
אין טעג אין נעכטיקע צו נישטערן
אויסטרינקען יש אַ פולן קרוג
און גוט ביז מאָרגן זיך אויסניכטערן
גענוג געוואַלגערט אין דער פרעמד
שוין צײַט צוריק ביי זיך אַ וואַלגער טאָן
זיך טאָן אָ שליאָנדרע אומפאַרשעמט,
לשם די מאָרגנס פליסיק אַרבעטן
נאָר מיין ניט, אַז דעם נעכטנס גאָב
איז גאָרניט ווערט אין וועלט דער נײַאינקער
ווײַל ס׳ווערט דער מאָרגנדיקער טאָג
דורכדעם אי רײַכער, אי כדאַיקער
אַניט, דער מאָרגן זאָל ווי זאַט
ניט וויקלען זיך, ווי פלינקע חייהלעך,
וועסט אײַלן בלינד נאָר אַקוראַט
בלויז צו די קלענסטע אַמחייעלעך
אַניט, די זאַטקייט מאַכט דיך בלינד
דעם ניגונס האַרץ ניט צו דערהערן
און איבער דיר דער כמאַרנער ווינט
פאַרדעקט מיט שטויב די הויכע שטערן
---
און גלייב, דער נעכטן קאָן ניט שטערן
דערזען בחוש דעם מאָרגנשטערן

.

No comments:

Post a Comment