Wednesday, June 14, 2017

ביסט אַ מזיק, אַ מזיק

.


May 4Bloomington
ביסט אַ מזיק, אַ מזיק,
וואָס וויל קיינעם ניט שטערן,
וואָס פאַרשרײַבט די מוזיק
פון די העט ווײַטע שטערן
און אויב קיינער,חלילה,
טוט זי גאָרניט דערהערן,
מעג דער ניגון־און־תפילה
במילא געהערן –
יענעם קיינעם און גרויסן,
וואָס הויזט זיך מיט חכמה
סײַ אין תוך, סײַ אין דרויסן
פון מעכטיקן קאָסמאָס.
ביסט אַ מזיק, אַ מזיק,
דײַן ווערטער־קונץ גליק:
אין דער שטיל זײַן מחזק
דער שטערנשאַפט'ס מוזיק.
.
LikeShow more reactions
Comment
Comments
Iosif Lakhman Тайерер фрайнт Борис! А шейнем данк айх фар айер прехтикер лид. Их винч айх нох ланге шеферише йорн. Зайт мир гезунт ун штарк.Айер Йосиф.See Translation
LikeShow more reactions
ReplyMay 5 at 5:09pm
באריס קארלאוו
א שיינעם דאנק אייך! און גם-אתם, פיל געזונט, פרייד און שעפערישקייט אייך ביז 120!
LikeShow more reactions
ReplyMay 6 at 2:12am

No comments:

Post a Comment