כ'געדענק עס אַלץ ווי נעכטן
פיס פלעגן בייגלעך פלעכטן,
פיס פלעגן בייגלעך פלעכטן,
געשפּרומגען כּלומרשט העכער
אַזש פון די העכסטע דעכער,
געפלויגן אין דער לופטן
ווי ווינטן, ווי אַנטגופטע!..
אַזש פון די העכסטע דעכער,
געפלויגן אין דער לופטן
ווי ווינטן, ווי אַנטגופטע!..
הײַנט ס'שפּילן אויף די נערוון
אין איינקלאַנג מיט שעדעוורען,
צי סתם זיך נאַריש מאַכן
וכדומה ווילדע זאַכן?!..
אין איינקלאַנג מיט שעדעוורען,
צי סתם זיך נאַריש מאַכן
וכדומה ווילדע זאַכן?!..
הײַנט גייען מיר סטאַטעטשנע,
צי ווײַטער די באַנק קוועטשט מען...
צי ווײַטער די באַנק קוועטשט מען...
געוועזן אַמאָל צײַטן!
איצט בלויז די טעג זיך בײַטן
מיט אויסגענאַרטער גיכקייט,
אָן ברעקל אויפגעריכטקייט.
איצט בלויז די טעג זיך בײַטן
מיט אויסגענאַרטער גיכקייט,
אָן ברעקל אויפגעריכטקייט.
נאָר אויך ס'גייעג פון רגעס
בענטשן מיר און לויבן,
ווי שלאַקסן איבער ברעגעס
וואָס גיסן זיך פון אויבן.
בענטשן מיר און לויבן,
ווי שלאַקסן איבער ברעגעס
וואָס גיסן זיך פון אויבן.
.
No comments:
Post a Comment