דו שרײַבסט פאַר די, וואָס זײַנען דאָ מיט דיר,
וואָס וואַרטן צו דערזען אַ גראַם אַ פרישן
ווי מ׳קוקט זיך אײַן אין גלאַנץ פון די אַפישן
אין שטאָט גערויש און אין געשוים פון ביר
וואָס וואַרטן צו דערזען אַ גראַם אַ פרישן
ווי מ׳קוקט זיך אײַן אין גלאַנץ פון די אַפישן
אין שטאָט גערויש און אין געשוים פון ביר
דער שוים פאַרגייט, אַפישן ווערן אַלט,
נאָר ס׳ווערט ניט עלטער דער געברום פון רצון
אַז אויך דער סאַמע אומדערוואַרטסטער גראַם
זײַן אָנקום זאָל זײַן לעבעדיק געראָטן
דו זינגסט צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט
בפרט ווען זי גראָד מאַכט זיך כּלא־ידע
פאַרבײַט געזאַנג מיט שרײַענדיקער מאָדע
און דאָך האָסט דופק אירן ניט פאַרפעלט
טאָ זאָג און זינג בעת זאַפּסט אין זיך אַרײַן
דער וועלטס קאַפּריז, דעם עולמס ביסל שײַן
No comments:
Post a Comment