לאָמיך זײַן דײַן היילונג,
לאָמיך זײַן דײַן שכר
וואָס זאָל דיך דערהייבן
זײַן דײַן אונטערשפּאַר.
לאָמיך מיט דיר טיילן
אַלץ וואָס איז כּדאַי
איבער דעם צו קוועלן
פליען פראַנק־און־פרײַ.
נאָר ס'ווײַזט אויס, ס'ווײַזט אויס זיך
צו ברייט איז הימל־ערד,
אַז מײַן פלי זאָל טויגן
צו שענקען דיר די וועלט.
טראָפּעלעך ביטחון,
מיט שטיקלעך גרויסער פרייד –
איז דאָס אַלץ וואָס כ'יכול
שענקען אַלטערהייט?..
לאָמיך זײַן דײַן שמייכל,
אַ שפּעלטעלע פון גליק –
די פייגל אינדערהייכן
פליען באַלד צוריק.
נאָר כּל־זמן זיי פליען
מיט זייער פליגל־פאָך,
קלערער ווערט די ראיה
ליכטיקער דער יאָך.