Sunday, September 02, 2018

עס טרעפט אַמאָל

-





עס טרעפט אַמאָל
דער חושך ווערט
געדיכטער און געדיכטער
אַז ס´איז בפירוש ניט כּדאי
צו בלייבן וואַכיק ניכטער

אַז ס´לעשט זיך אויס
די לעצטע שײַן
אָן ברעקל בין־השמשות
און אַז די שרעקלעך
שווערע פּײַן
ווערט איינציקע ממשות

נאָר איבער אַלץ
און איבער אַל
ס´דערבאַרעמט זיך
דער ריכטער,
דורך צרות קשות
פרישער שטראַל
קוים־קוים צו דיר
דערקריכט ער

טאָ בענטש אים הייס
אָט יענעם שטראַל
פון אייביקלעכע ליכטער
וואָס ברענען
אינעם גאָטס וועלטאַל,
אים מאַכן
אויפגעריכטער

No comments:

Post a Comment