.
פּאַעט —
בפרט אַ יונגער —
קלינגט טאַקע שטאָלץ
און איך בײַם שוועל
פון ווערן עלטער
פון זיך אַליין
צעהאַק גאַנץ מונטער
דאָס מעטאַפאָרן האָלץ
כ׳טו זיך באַמיען
אַז הויך אין הימל
ס׳זאָלן שפּענער
פליען
און פאַלן קריק
ווי רעגנדיקער גאַלד
פון מילדע שטראַלן
און דיכטער —
קלינגט
אַ ביסקעלע פאַרפאַלן
אין רײַפקייט זײַנער, ניכטער
שלײַכט ער זיך
אַלץ ווײַטער
סטאַטעטשנע קרום
דעם גרויסן סוד
און זײַן געזאַנג
באַגרײַפט ער
מיט ווערטער,
און מיט
קלאַנגען שטראָם
ביז ער
אַנטשטומט
No comments:
Post a Comment