דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Photo: PAWEL FIGURSKI
הירשע־דוד מעינקעס ביי אַ שמועס מיט אַ היימישער פרוי אין מזרח־אוקראינע, מאי 2004
אַ שאלה: קערבעלע, איר װעט באַשרײַבן דעם דרוםדיקן דיִאַלעקט פּונקט װי האָט הירשע־דוד קאַץ געטון אין ליטע און קלױבט איר ?זיך פֿאַרפֿאָרן קײן בעסאַראַביע
כ'וואלט זייער געוואלט זוכה צו זיין צו פירן אזא מין ארבעט סיי אין בעסאראביע און סיי אין מאלדאווע, רומעניע, אונגארן, סלאוואקיי און פארשטייט זיך פוילן -- דערווייל אבער קוים קוים האט אונדזער פראיעקט זיך איינגעגעבן דורכצופירן צוויי אזעלכע לינגוויסטיש-עטנאגראפישע עקספעדיציעס איבער היינטצייטיקער אוקראינע וואו מ'קאן אגב אין די פארשידענע געגנטן נאך אלץ אויסזוכן די עלטערע יידן וואס רעדן אויף "ליטווישן" אדער אויף "פוילישן" און פארשטייט זיך אויך (די מערהייט) אויף "פאדאליער" און "וואלינער" דיאלעקטן פון יידיש. א דאנק פאר אייער נאכפרעגן זיך! י
כ'װײס נישט צי מע קען נאָך געפֿינען אַ ייִדישלעכן ייִד אין סלאָװאַקײַ, רומעניע (מאָלדאָװע און ערגעץ־װוּ) צי אונגערן, אין אוקראַיִנע און בעסאַראַביע אָבער זענען דאָ דערװײַל גאָר אַ סך. אױך אין ניו־יאָרק קען מען טרעפֿן הײמישע, פֿריש־געקומענע ייִדן פֿון אילע מקומות, אַ "מעקקאַ" פֿאַר אַ דיִאַלעקטאָלאָג
אַ שאלה: קערבעלע, איר װעט באַשרײַבן דעם דרוםדיקן דיִאַלעקט פּונקט װי האָט הירשע־דוד קאַץ געטון אין ליטע און קלױבט איר
ReplyDelete?זיך פֿאַרפֿאָרן קײן בעסאַראַביע
כ'וואלט זייער געוואלט זוכה צו זיין צו פירן אזא מין ארבעט סיי אין בעסאראביע און סיי אין מאלדאווע, רומעניע, אונגארן, סלאוואקיי און פארשטייט זיך פוילן -- דערווייל אבער קוים קוים האט אונדזער פראיעקט זיך איינגעגעבן דורכצופירן צוויי אזעלכע לינגוויסטיש-עטנאגראפישע עקספעדיציעס איבער היינטצייטיקער אוקראינע וואו מ'קאן אגב אין די פארשידענע געגנטן נאך אלץ אויסזוכן די עלטערע יידן וואס רעדן אויף "ליטווישן" אדער אויף "פוילישן" און פארשטייט זיך אויך (די מערהייט) אויף "פאדאליער" און "וואלינער" דיאלעקטן פון יידיש. א דאנק פאר אייער נאכפרעגן זיך! י
ReplyDeleteכ'װײס נישט צי מע קען נאָך געפֿינען אַ ייִדישלעכן ייִד אין סלאָװאַקײַ, רומעניע (מאָלדאָװע און ערגעץ־װוּ) צי אונגערן, אין אוקראַיִנע און בעסאַראַביע אָבער זענען דאָ דערװײַל גאָר אַ סך. אױך אין ניו־יאָרק קען מען טרעפֿן הײמישע, פֿריש־געקומענע ייִדן פֿון אילע מקומות, אַ "מעקקאַ" פֿאַר אַ דיִאַלעקטאָלאָג
ReplyDelete