Tuesday, August 31, 2004

Tyger Lilly

... טייגער-לילי. הארבסט. עס פילט זיך באלד דער ווינטער

בלומינגטאָן האַרבסט

I

:אַ סימפאָניע פון פאַרבן
די בלעטער גרייטן זיך צו שטאַרבן

– ,און די צװײַגן, – אוי אַ מכה
גרייט שוין ווערן מוטער־נאַקעט

ס'איז אַ וועלט פון לויטער פאַלן
פון אַנטבלויזן שטאַמען אַלע

פון אַנטהילן האַלדז־און־נאַקן
…פאַר דעם בייזן ווינטער־ווינט

ווער קאָן שעצן אַזאַ שיינקייט
?ערב ווינטערשער פאַרשנײטקײט

…סײַדן נאָר אַ מענטשנקינד

II

בלעטער, בלעטער, בלעטער פאַלן
מיט יעדן פאַל ווערט אַלץ פאַרפאַלן

מיט יעדן ריס ווערט אַלץ פאַרלאָרן
ס'פאַלן בלעטער – מעטאַפאָרן

ס'איז נאָך אפשר פאָרט אָלראַיט
..?צו שטאַרבן שיין און צו דער צײַט

III

דו זעסט, די ביימער־בלעטער גרייטן זיך צו שטאַרבן
אַיעדער שטאַרב איז אויסגעפּוצט אין פאַרב

ווי שיין עס איז דער שאַרלעך־גאָלדענער קאָליר פון שטאַרבן
ווי פײַערלעך עס איז דער אָפּשייד, ווי ניט האַרב
געזעגענען זיך ביימער מיט די בלעטער אויף די אַרבל

דו זעסט, דער צווײַגן־ציטער טוט די ביימער ניט פאַרדאַרבן
געדולדיק וואַרטן זיי צו ווערן אויסגעטאָן

ווײַל ניט די נאַקעטקייט באַדראָט זיי אָנצואווערן פאַרבן
…און ניט דער ווינט וועט ברעכן זייער מעכטיק שטאַלטנעם סטאָן

ווי ליכטיק, ווי ניט־אויסזיכטלאָז די ביימער־בלעטער שטאַרבן

בלומינגטאָן, האַרבסט 2002

No comments:

Post a Comment