painted by Itella Mastbaum
איך לעב זיך אויס
גאַנץ וואויל
ווירטועל
און ווער ווייסט
ווי לאַנג דאָרט
פאַרבלייבן כ'וועל
ערגעצוואו אין שויס
פונעם עלעקטראָנישן אין־סוף
בלאָנקעט מיינס אַ וואָרט
ווי אַן אַדעראויף
און אין קאָן איך שטעל
גאַנץ ווירטועל
דעם גראַמען געשטעל
וואָס ניגונט און קוועלט
ווילט איר – גיט אַ קוק
ווילט איר – שענקט אַ בליק
ווילט איר ניט, אויך גוט
ס'איז ווירטועל
מיין גליק
לעב איך זיך גאַנץ וואויל
און כ'ווייס אויף געוויס
מיך לייענען דאָרט הויך
די וועמען איך בין זיס
כל־זמן איך בלייב ניט שטום
ניט ווערן וועט אַ תל
מיין פרישער שורה־גרוס
וואָס כ'שיק זיי
ווירטועל
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
No comments:
Post a Comment