ואחרי כּכלות הכּל
די צווייגן שאָקלען זיך לכבוד חנוכה
איעדער בוים – ווי אַ באזונדערע מנורה
גיב גאָט מע זאָל דערלעבן צו דער נאַכט דער מה־נשתניקער
ווען ס'ווערט די גאַנצע וועלט אויפסניי געבוירן
,און טאָמער ניט – איז ניט
די וועלט וועט ווייטער שאָקלען זיך
מיט ספקות ווילדע טאָן זיך ווייטער וואַקלען
און תמימותדיק זיך קלאַמערן אין בליקן פיל מילאָניקע
וואָס פינקלען צווישן פרעכן סטייטש און פרומלעכן שהכל
די צווייגן שאָקלען זיך לכבוד חנוכה
...איעדער בוים באַגריסט דיך שטאָלץ, אנטבלויזט־און־נאַקעט
גיב גאָט מע זאָל דערלעבן יענע נאַכט פונוואַניקער
.די גאַנצע וועלט באַנייט איר אייביקן סך־הכל
,די גרויסע ווילדע וועלט
גיב גאָט זי זאָל זיך ווייטער שפּיגלען דאָ
אין אמתן און סודות טויזנט־טעמיקע
– !אויך דעמלט װען ס'פאַרגייט אויף אייביק, – מיטאַמאָל
...דיין ביין־און־שטיין, דיין גאַנצער האַקל־פּאַקל
די צווייגן שאָקלען זיך לכבוד חנוכה
– אַיעדער בוים איז אַ באַזונדערע מנורה
גיב גאָט מע זאָל דערלעבן צו דער נאַכט דער מה־נשתניקער
ווען ס'ווערט זײַן גאַנצע וועלט אויפסניי געבוירן
ווינטער 2003, בלומינגטאָן
No comments:
Post a Comment