Monday, January 03, 2005

אינמיטן רוישנדיקער גאַס

Korenblit 1967b

אינמיטן גאַס וואו ס'רוישן פאַרביי
פרויען, קינדער, מענער
שטיי איך איינזאַפּנדיק
ריחות, פאַרבן, טענער
און וויל יעטווידן דערלאַנגען מיין האַנט
אַ פּאַטש טאָן אין דער פּלייצע
:און זאָגן גוט־ברודעריש
ס'איז צייט, ס'איז צייט, ס'איז צייט
צו שלאָגן קאַנטשאַפט
וואָס צו נאָנטשאַפט נייט זי
אי די דינסטע איידלקייט
אי די ווילדסטע
צעכראַסטעטקייט
די באַלעגולישע
מעשה שטילע היימישקייט
פון דרויסן־געפּילדער אַ צערייצטע

אינמיטן רוישנדיקער גאַס
שטיי איך, שטיי איך, שטיי איך
און אַלע פאַרבייאיקע
ברידער, שוועסטער, און קינדער־זקנים
שעפּטשע אויס בקול־רם
לאָמיר אַלע אינאיינעם
יאַם־טירי־דירי־דאַם
אויסלאַכן אונדזערע ביטערסטע געוויינען
דו און זי, ער און איך, זיי און מיר
מיר אַלע און איטלעכער באַזונדער
גלייך ווי פון איין טאַטע־מאַמע
אייגענע קינדער
ווי פון איין און דעם זעליקער היים
לייבלעכע שכנים
ווייל אַקעגן די אַלע נעכטיקע מאָרגנס
זענען מיר דעם היינטס פּרעכטיקסטע
זאָרגן

אין סאַמע מיט
ווען אַלץ־און־אַלע לויפט אָן אויפהער
פול מיט חשבונות
פאַרמחשבהט אין דינים
ווען די העכסטע שטופע
איז אָן אַ ברעקל דין־וחשבון
אַלץ ווייטער און ווייטער זיך צו שטופּן
ניט פילנדיק די שטראַלן דינע
ווי זיי בענטשן אונדז אַלע
און רופן
צום ערדישן בית־דין
פון הימלישער מעלה
:דערלאַנג איך מיין רעטאָרישע שאלה
צי איז דען פאַראַן עפּעס נאָך כדאיער
ווי די פאַרגייאיקע וואָר פון היינט
ווי די פאַרשוינונג פון נעכטיקע פיינט
ווי די גרייטקייט אויפשטיין און אויפגיין אויפסניי
?מיטן מאָרגנדיקן זריחה־פייער

2 comments:

  1. Anonymous5:18 PM

    OT DUS HAIST KLURE DEBIRIM!

    ReplyDelete
  2. Anonymous9:31 PM

    There was a mistake

    ReplyDelete