אין סאַמע מיטן
פון דער וועלט
אין הויכער הייך
צעווישן ערד און הימל
ביים ברייטן פענצטער
צום זונאויפגאַנג געווענדט
שטיי־איך
און ברום צו דיר אַ לידל:
איך וואַרט אויף דיר,
מיין סאַמע, סאַמע שענסטע,
און רוף צו דיר
אָט מאָנענדיק, אָט ווייך
קום, קום אַרויף צו מיר
אַהער
וואו ס'ריזלט
פריי מיין ניגון
אין אָט־דער
גאָר, גאָר הויכער הייך
די טיר פאַר דיר ווי שטענדיק – אָפן
און אומגעדולדיק וואַרטנדיק אויף דיר
דער פענצטער גיריק גאַרט
דיין פרישן אָטעם
דיין שפּרודלען און
דיין שפּיגלען זיך אין אים
און זשעדנע וועלן
לאַשטשען זיך צו דיר, צו דיר,
געראָטן,
די בעסטע שורות, גראַמען,
בעסטע סטראָפעס
וואָס מענטשלעכער פאַרנייג
נאַרט אויס
ביים געטלעכן באַריר...
אין סאַמע מיטן
פון דער וועלט
אין הויכער הייך
צעווישן ערד און הימל
דער פענצטער – פול מיט יונגער זון
און אָפן ברייט – די טיר:
קום, טייערע, אַרויף צו מיר!
No comments:
Post a Comment