Sunday, March 13, 2005

מ י ר



BLUE FLOWERS (Irina) 11 March 05

"Flowers in Blue" by IRINA IZHOGINA


,מיר זיינען געבליבן אַליין
– ,אַביסל פאַרביסן און דאָך ניט צעריסן
,זאַלבע פיר
,זאַלבע דריי
...זאַלבע צוויי

:און ס'דאַכט זיך צומאָל
ס'איז אַ צופאַל אַ בלינדער
,פאַרוואָס דווקא מיר
דווקא מיר דאָ אַצינדערט
,געבליבן צו פּראַווען
איינזאַם צוזאַמען
דעם ביטערן יזכור
,איבער גורל פון גראַמען
איבער גורל וואָס לאָזט אונדז
...ניט רוען, ניט שלאָפן

די מאַמישע גראַמען
,וואָס צערטלען און מאָנען
וואָס פליסטערן שטיל
און צעזינגען זיך אָפן
,אָן קלאָג־און־געוויין
נאָר מיט חיותדיק וועזן
אין באַזילבערטע שלייפן
:שלאָגן און זעצן
,ווי קאָן מען
,ווי קאָן מען
..?ווי קאָן מען פאַרגעסן

,מיר, די וואָס געבליבן אַליין
,אַ ביסל צעקריגט און פאָרט ניט צעדריבלט
,לאוו דווקא דערוויילט צי פיין־אויסגעקליבן
– ,און דאָך
,זאַלבע צווייט
,זאַלבע דריט
– ,זאַלבע פערט
,אויף דער ערד זוכן הימל
...אין די הימלען – די ערד

No comments:

Post a Comment