וויפל וועט דאָס טייכל פליסן?
וויפל וועט דער בוים דאָ שטיין?
וועסט אוודאי זיך ניט מיאוסן
טאָמער וועסט דעם סוד דערגיין...
היינט דאָס פעלד, די גראָזן – וויפל,
וויפל וועלן זיי אויסשטיין?
און דער הימל הויכער טיפער
וועט דען אייביק שענקען חן?
אָן אַ טאָלק און אָן אַ שיעור
ביז ווערסט פול איבער די ברעגן
מיטן וועלטישן באַריר...
No comments:
Post a Comment