Tuesday, April 25, 2006

ס'האָט מיך מעינקע געלערנט

<>


MENKE!


ס'האָט מיך מעינקע געלערנט
זיך באַפרייען פון די גראַמען:
גראַם איז קראַטעס,
גראַם איז צוואַנג
בעת די וועלט אָן גראַם
זיך קייקלט
און אָן גראַמען
ס'טוט אַ טרייסל
די צעוויגטע מאַמע ערד
וועקנדיק פון שלאָף די כוואַליעס...

ס'האָט מיך מעינקע געלערנט
און מיט מיר גוט איינגעקנעלט:
הירשן וואַנדערן אָן גראַמען
פריי זיך אויסגלייכן די לונגען
מיטן קלאָרן רויש פון טייכן
אין געזאַנג זיך לאָזן מונטער
און דער וואַלד דערהערט מיט ציטער
ווי דער ווייטזיכטיקער אָדלער
מעסט־אויס הימלען
אַ באַפרייטער ברייט
צעשפּרייטנדיק די פליגל...

(אָן אַ שמץ דראַנג
נ
אָך נאָכקלאַנג?)

ס'האָט מיר מעינקע געלערנט
און דערוויזן מיר בפירוש:
אויך דער בער אין הייל פאַרהוילן
טיף פאַרסאַפּעט,
טיף פאַרזונקען,
טיף פאַרטונקלט
אין זיין שלאָף,
אויך זיין שטאַרק
פאַרגראַמטער כראָפּ
וועט געפינען זיך אַ תיקון,
ווערן אויסגעלייזט צום
סוף


HIRSH un BER2

Tuesday, April 11, 2006

הבל

<>



קרעמעניץ 2


ס'איז דאָ אַ צייט פאַר אַלץ
אחוץ פאַר גאָרנישט,
נאָר אַלץ ווערט גאָרנישט
ווען ס'פאַרענדיקט זיך די צייט.

– איז זאָל מען בעסער שווייגן?

– ניין, מע טאָר נישט,
אויף שווייגן –
וועט דאָך תמיד קלעקן צייט!

Friday, April 07, 2006

Во поле березка стояла

<>

Bentzien Michtom
בן ציון מיכטאָם הי"ד

אין פעלד וואַקסט אַ ביימעלע
מיט מעכטינקע צווייגעלעך
און איך צו דעם ביימעלע
ווי אַ בייגעלע בייג זיך אַלץ:

אָ, ביים־ביים־ביים־ביימעלע,
איך וויל דיך באַשירעמען
,
די צווייגעלעך מעכטינקע

פאַרהיטן פון הייס און קאַלטס!

עס שמייכלט דאָס ביימעלע
מיט רייפקייט מיט איידעלער
און שושקעט דורך צווייגעלעך:
דו, ראַטעווען קומסט מיך באַלד?

טאָ קום זשע, מיין קליגינקער,
מיט
לעקישע חנדעלעך
און שענק מיר אַ לידעלע
אַ גרוס פון מיין טאַטנס וואַלד.

אין פעלד שטייט אַ ביימעלע
אַ דערוואָקסן, שלאַנק מיידעלע
און איך, לעם איר ציטער דאָ,
ווער גראָ שוין און אַלט...

אָ, ביים־ביים־ביים־ביימעלע,
ניט ציטער, מיין איידעלע
,
דיינע מעכטינקע צווייגעלעך
מיך פאַרהיטן פון גוואַלד.




SLOMAL