דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Wednesday, April 26, 2006
Tuesday, April 25, 2006
ס'האָט מיך מעינקע געלערנט
ס'האָט מיך מעינקע געלערנט
זיך באַפרייען פון די גראַמען:
גראַם איז קראַטעס,
גראַם איז צוואַנג
בעת די וועלט אָן גראַם
זיך קייקלט
און אָן גראַמען
ס'טוט אַ טרייסל
די צעוויגטע מאַמע ערד
וועקנדיק פון שלאָף די כוואַליעס...
ס'האָט מיך מעינקע געלערנט
און מיט מיר גוט איינגעקנעלט:
הירשן וואַנדערן אָן גראַמען
פריי זיך אויסגלייכן די לונגען
מיטן קלאָרן רויש פון טייכן
אין געזאַנג זיך לאָזן מונטער
און דער וואַלד דערהערט מיט ציטער
ווי דער ווייטזיכטיקער אָדלער
מעסט־אויס הימלען
אַ באַפרייטער ברייט
צעשפּרייטנדיק די פליגל...
נ
ס'האָט מיר מעינקע געלערנט
און דערוויזן מיר בפירוש:
אויך דער בער אין הייל פאַרהוילן
טיף פאַרסאַפּעט,
טיף פאַרזונקען,
טיף פאַרטונקלט
אין זיין שלאָף,
אויך זיין שטאַרק
פאַרגראַמטער כראָפּ
וועט געפינען זיך אַ תיקון,
ווערן אויסגעלייזט צום
סוף
Tuesday, April 11, 2006
הבל
Friday, April 07, 2006
Во поле березка стояла
בן ציון מיכטאָם הי"ד
אין פעלד וואַקסט אַ ביימעלע
מיט מעכטינקע צווייגעלעך
און איך צו דעם ביימעלע
ווי אַ בייגעלע בייג זיך אַלץ:
אָ, ביים־ביים־ביים־ביימעלע,
איך וויל דיך באַשירעמען,
די צווייגעלעך מעכטינקע
פאַרהיטן פון הייס און קאַלטס!
עס שמייכלט דאָס ביימעלע
מיט רייפקייט מיט איידעלער
און שושקעט דורך צווייגעלעך:
דו, ראַטעווען קומסט מיך באַלד? –
טאָ קום זשע, מיין קליגינקער,
מיט לעקישע חנדעלעך
און שענק מיר אַ לידעלע
אַ גרוס פון מיין טאַטנס וואַלד.
אין פעלד שטייט אַ ביימעלע
אַ דערוואָקסן, שלאַנק מיידעלע
און איך, לעם איר ציטער דאָ,
ווער גראָ שוין און אַלט...
אָ, ביים־ביים־ביים־ביימעלע,
ניט ציטער, מיין איידעלע,
דיינע מעכטינקע צווייגעלעך
מיך פאַרהיטן פון גוואַלד.