Sunday, April 17, 2011

כנגד ארבעה בנים

--


אַלץ צונויפגעקניפּט אין איינעם

ס'איז ניט די ווערטער
ניט די קלאַנגען
ניט דער קנייטש
פון דורותדיקן
טייטש
ניט די מוזיק
פון שפּילעוודיקע טענער
ניט דער מאַמעס גלעט
צי טביה'ס ווייכע בייטש
ס'איז אַלצאינאיינעם
אַלץ אינאיינעם
צונויפגעקניפּט אין איינעם
וואו מענטש און דער כביכול
פאַרמישן
ליבע, שפּיל און שפּאָט
וואו סיי דער רבים
מאַכט אַ ברכה
און סיי 
דער רשע
קערט זיך אום
צום אייביקן
אחָד



קיינמאָלניט

וועסט מער ניט זיין דאָ
קיין מאָל ניט
קיינמאָל
קיינמאָלניט
מער
סיידן אַ טויבער
נאָכקלאַנג
פון אַן עכאָ
אַ שאָרך
פון דיינע
אַמאָל אַזוינע
דיקע ליפּן
זאָל האָבן
דאָ אַהער
צו אונדז
געהאַט זיך
אויף אַ ווייל
דערקליבן
און גרייכן גלייך אַהער
אַהער
אום אָנצוזאָגן
דעם וואַכיקן געהער
אַז מיר, אויך מיר
באַלד וועלן
שוין ניט זיין דאָ מער
קיינמאָלניט
קיינמאָל
קיין מאָל ניט
מער



לאָגל וויין

דער שוין האַלב־פּוסטער
לאָגל וויין
איז אָנגעפילט ביז האַלב
מיט פּיין
און שפּאַנענדיק
אַלץ טריט נאָך טריט
ווייסט שוין אַליין
אויף זיכער ניט
וואָס זאַפּסטו מער
אין זיך אַריין
דעם טערפּקען וויין
דעם זיסן פּיין
און צווישן ביידע
אינדערמיט
מיט ליכט פון פריינד
מיט פלאַם פון פיינט
דורך מזל־ברכה גוט געהיט
באַנאַנד מיט שאׇטן
און מיט שיין
צוביסלעך
ווערסטו
אויסגעפליקט



שאַינדעלישל'ס קלאָץ־קשיה

צי מע קאָן נאָך
געפינען
אַ סימן
אַ שמץ
פון ערגעץ
אַ שפּליטער
אַ גליווער
פון אמת
אַז עמיץ
געלאָזט האָט
אַ לייבלעכן שפּור
אַ שנור
אַ צינור
אַ פאַרקלאָגטן
פון נעכטן
אַ רמז
אַן אָנוואונק
אַן אָנדענק
אַן עכטן
ניט סתם אַבי וועמעס
ניט רק אַבי יענעמס
וואָס זאָל
נאָך אויפשיינען
אף על פּי
אף על פּי
אף על פּי
אַלע פּיינען
און מאַכן מער קלאָר
די אין־סופיקע וואָר
נאָך איידער
מ'דערזעט הי
דעם לעצטן קאָיאָר


No comments:

Post a Comment